קכה. מעשה שרבי עשה צוואה לבניו, ובה ציווה לכבד את אמם

361 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי הט זיינן קינדר צוואה גיטאן זיא זאלטן איר מוטיר קכה . ערין : מסכתה כתובת פרק הנושא מעשה גישאך דא רבי שטערבן זאלט דא רופט ער זיינן קינדר צו אים אונ' זאגט צו אינן מיין ליבור קינדור איך ליג דא אונ' ווער שטערבן דא וויל איך אייך צוואה טון זייט גיווארנט אן אייער מוטיר אונ' לושט איין ליכט ברענן בייא מיינם טיש אונ' לושט מיין טיש גריכט זיין אונ' מיין בעט אויף גברייט זיין דען איך וויל אלי פרייטג צו נכט ווידר אין מיינם הויז קומן אלש ער אך ווידר קאם אן איינם ורייטג צו נכט דא זאס ער אין זיינן שטובן דא קאם דיא נוך פויארן אונ' קלאפט אן הויז אן אונ' וואלט און גיבערד הניין גין דא שפראך דיא מייט מן לוט נימנט אניין דער רבי זיצט הינן . דא ער דאש הורט דא פר שוואנד ער אונ' קאם נימן ווידר צום שבת נון אן דעם זעלביגן טאג דש רבי זאלט שטערבן דא קאם איין שטים פון הימול אונ' זאגט וועלכר דער דא בייא דעם טוט פון רבי וועט זיין דער ווערט קומן אין דאש גן עדן דא וואר איין וועשיר דער אום לון וועשט דער וואר אלי טאג בייא רבי ווייל ער קרנק וואר אונ' זאך ווייש ער טעט אונ' אן טאג...  אל הספר
מינרוה