קכג. מעשה מעשה באחד שאשתו לא הבינה את שפת בעלה

357 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא שפראך זיא ווידר דוא בישט אביר יונג אונ' האשט נאך קיין גרא האר אויף דיין קאפא אונ' עש גיברט איין ראש ישיבה דאש ער אלש זאלט זיין אונ' דוא בישט ערשט אכטצעהן יאר אלט דא גישאך אים איין נס דש אים אכטצעהן ציילין האר אויף זיינם קאפא וואקשין דש אידר מן מיינט דש ער וואר גאר אלט דש ער וואל ווירדג וואר דש ער ראש ישיבה זאלט זיין אונ' דש אישט דש רבי אלעזר גיזאגט האט איך בין אלש איין זון פון זיבנציק יאר אביר איך בין ניט אלזו אלט אלש זיבנציק יאר . ניט לנג דער נאך דא קריגטן רבן גמליאל אונ' רבי יהושיע ווידר אין בית המדרש איבר איין הלכה אונ' דיא חכמים געבן רבי יהושיע רעכיט . דא זאגט רבן גמליאל זא וויל איך גין אונ' וויל רבי יהושיע מחולה פרייאן אונ' וויא ער אין רבי יהושיע הויז קאם דא זאך ער וויא זיין ווענד שווארץ ווארן . דא שפראך רבן גמליאל אן דיין ווענדין זיך איך וואל אש דוא איין קילר בישט ווייל דיין ווענט אזו שווארץ זיין . דא שפראך רבי יהושיע ווידר רבן גמליאל וויא דען דור דש דוא פרנס איבר זיא בישט דען דוא וויישט ניט וויא דיא לייט איר שפייז איבר קומן . דא שפראך רב...  אל הספר
מינרוה