קכא. מעשה קרה לרבי זעירי שהפקיד תיק אצל פונדקאית, והיא מתה אחר כך

351 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא פראגט אין זיין ווייב ליבור וויא גיט עש צו דש דיין תבואה אישט ניקש גישעהן אונ' דען גנצן עולם איז דיא תבואה גישלאגן ווארדן דא זאגט ער איר דיא שמועה גנץ וויא עש אים ווער צו גיגנגאן אונ' וויא דיא פילצילש מיט איין ננדר גירעט האבן אונ' וויא דיא איין ניט האט גיקענט גין פון וועגן דש זיא וואר אין איין דעקין פון רארין ביגראבן . ניט לנג דער נאך ביגוב עש זיך דש דאש חסיד ווייב אונ' דיא איין פילצילש מוטר דיא אין רארין גיגראבן וואר מיט איין ננדור צענקין וויא דיא ווייבר סידיר איז דא ווארף דאש חסיד ווייב דער פרויאן פיר קום איך וויל דיר ווייזן וויא דיין טאכטיר ליגט איין גיבונדן אין איין דעקין פון רארין . צום דריטן יאר דא גינג דער חסיד ווידר אויף דאש בית חיים אונ' וועלט ווידור הערן ווייש דיא צווייא פילצילש מיט איין ננדור ווערן רידן דא זאגט ווידר דיא איין פילציל צו דער אנדור קום מיר וועלין הערן וואש דאש יאר וועט גישעהן דא זאגט דיא אנדר לאש עש בלייבן דען דיא לייט האבן עש שון גיהערט ווייש מיר מיט אננדר גרעט האבן : וויא רבי זעירי האט איין זאטיל טעש אויף צו היבן געבן ...  אל הספר
מינרוה