343 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא מן האט פר צייטן גיטאן מיט איינר סוטה : קיח . מסכת סוטה פרק המקנה מעשה מן פינט אין דער גמרה וויא איין מענש מעסט אויף דיזר וועלט דז מיינט וויא ער הנדילט אויף דער וועלט הנדילט ער רעכט אדיר און רעכט אזו ביצאלט אין הקב"ה ווידר . אלש איר דעש גלייכן אך וינדן בייא דער סוטה דז היישט איין אב קערן דיא בייא איינם אנדרן מאן ליגט וויא זיא טוט אזו טוט מן איר ווידר . דען איין ורויא ווען זיא וויל מזנה זיין אזו שטעלט זיא זיך אויף דיא טיר דש מן זעהן זאל וויא זיא היפש אישט דז אידר מאן זאל לושט צו איר האבן דער גלייכן טוט מן איר ווידר ווען מן זיא דער ווישט דז זיא בייא איינם גילעגן אישט דא שטעלט מן זיא אויף דיא פורט פון בית המקדש דש דא האט גיהיישן שער נקנור דער ווארטן דש אידר מן איר שאנד זאל זעהן . דער נאך גיט איין הור הין אונ' טוט זיך וויישן שלייאר אויף איר הייפט אויף דש מן איין לושט צו איר האבן זאל . דער גלייכן גיט דער כהן הין ווען ער איר דיא פיטרן וואשר צו טרינקין גיבט דש זיא אויף שוועלן זאל . דא ריישט ער איר דיא שלייאר ווידר אב פון הייפט דש זיא פור אידר מן בארה...
אל הספר