341 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי שמעון זאגט אל זיין טאג איז אים קיין רעכטר נזיר קיז . צו הנדן קומן דער זאלט עש לשם שמים טון : מסכת נדרים פרק כל כנוי מעשה גישאך עש זאגט שמעון הצדיק ער זאגט אל מיין טאג אישט מיר קיין רעכטיר נזיר צו הנדן קומן דער מין לשם שמים גיטון האט דען איין מאל קאם איין היפשיר ויינר יונגלינג פון לנט דרום דער האט איין היפש אן גיזיכט אונ' היפשן אייגן אונט גולד געל האר דיא ווארדן פיין גיקרייזלט דז עש גאר איין ויינר היפשיר יונגאר וואר אונ' ער גינג הין אונ' ליש דיא האר אב שניידן דא האט ער קיין גישטלט מין דא זאגט איך ווידר אין ווארום מיין זון האשטו דיין האר לאשין אב שניידן ווייש האשטו גיזעהן . דא זאגט דער יונגלינג איך וויל אייכש זאגן איך בין מיין פאטרש הירט גיוועזן אונט האב איין מאל דיא שאף גיטרענקט זא האב איך אין דען ברונן גיזעהן דא האב איך דען שייטין פון מיינם אן גיזיכט גיזעהן דא הוב איך גידוכט זיך וויא איין ויינר יונג בין איך איך וויל נאך מיינש הערצין לושט גון ווייל איך אזו היפש בין . דער נאך האב איך מיך ווידר בידאכט וויא עש איין גרושן עבירה אישט ווען זיך א...
אל הספר