339 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז רבי עקיבה שפריכט ווען איינר איינם מבקר חולי איז דער קטז . טוט איין גרושה מצוה : מסכת נדרים פרק אין בין המוזר מעשה רבי עקיבה שפריכט ווען איינר איינן מבקר חולי אישט אזו טוט ער איין גרושן מצוה אלש אז ער איין לייב מאכט לעבן אונטר ישראל . איין מאל וואר רבי עקיבה איין תלמיד קראנק אונ' נימט דער וואר אים מבקר חולי דא גינג רבי עקיבה הין אונ' וואר אין מבקר חולי דיא ווייל ער האט מיט אים גילערנט אונ' וויא ער נון צו אים קאם דא שפראך דער תלמיד מיין ליבר רבי איר האט מיר מיין לעבן דער לענקט אזו וואל האט איר מיר גיטאן אז איר זייט צו מיר גיגנגאן דש איר האט מיך מבקר חולי גיוועזן . גלייך דער נאך דרשת רבי עקיבה אונ' זאגט ווען איינר איינם ניט מבקר חולי אישט אזו איז עש גלייך אז ער איינם מענשין מימת אישט אונטיר ישראל אונ' אזו ווייל אז דער רבי עקיבה האט דען תלמיד מבקר חולי גיוועזן אזו וואר ער גיזונט גיווארדן דער הלבן איר ליבן לייט אזו מוז עש יוא אזו איין גרושן מצוה זיין דש ביקור חולים :
אל הספר