קיג. מעשה כתוב שמצאתי איש אדוק ממאה, ואשה אדוקה לא מצאתי בכל הנשים

325 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי עקיבא שפאטיט אך דיא לייטן דיא דא עבירות קיב . טעטין : מסכת קדושין פרק עשרה יוחסין מעשה גישאך אן רבי עקיבה דער שפאטיט אך דען לייטן דיא דא עבירות טעטין דען ער זאגט אך איין מענש קענט לייכטליך זיין יצר הרע כופה זיין . איינש טאגש מכט זיך אך דער שטון דער יצר הרע צו איינר היפשין ורויאן אונ' שטיג איין הוכן טייטל בוים איין נויף דא זיא רבי עקיבה זאך דא האט ער אך איין לושט צו איר אונ' שטיג אנויף אונ' וויא ער הלב אויף דען בוים קאם דא פר גינג אים דער יצר הרע דאש ער נימר אזו לושט צו איר גיהט . דא שפראך דער יצר הרע ווידר רבי עקיבא ווען מן ניט אויף דען הימול שריא אויף דיך זייט גיווארנט אן רבי עקיבה אונ' אן זיינר תורה זא וואלט איך דיך איצונדר פון דען בוים איין ראב גיווארפין האבן דש דוא העשט זעלין דען הלז אב ואלין אונ' זאלשט גלייך גישטורבן זיין : וויא עש שטיט גישריבן איין פרומן מאן אונטר הונדרטן קיג . פינטן מן וואל אביר אונטר אלי ווייבר פינט מן קיין פרומה : גיטין פרק השולח גישאך אן רבי נחמנש טאכטיר דיא שוימטין איין טופין דען שוים איין ראב אים דא וואר אידר ...  אל הספר
מינרוה