קח. מעשה בצדיק שקילל כל יום את השטן, ופעם התחפש השטן לעני וביקש ממנו פת לחם

317 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין צדיק פלוכט אלי טאג דען שטן אונ' איין מאל קח . מך זיך דר שטן צו איין עני אונ' באט אים אום איין שטיק ברוט : קדישין פרק עשרה יוחסין מעשה גישאך אן איינם צדיק דער היש פלימו דער פפלעגט אל וועגן צו זאגן אלי טאג איין ועל אין דש שטונש אויג אונ' פלוכט דען שטון אלי טאג . איין מאל אויף איינם ערב יום כיפור דא מאכט זיך דער שטון צו איינם עני אונט קאם פר דען פלימוש טיר אונ' באט אים אום איין שטיק ברויט ליביר גיב מיר איין שטיק ברוט אים גוטש ווילין . אונ' זאגט אן איינם זולכן הייליגן טאג דש איטליכר אן זיינם טיש אים הויז זיצט אונ' איך מוז אוישין ווינק אויף דער גסין עשן דא בראכט דער פלימו אין דאש הויז אונט גאב אין איין שטיק ברוט . דא זאגט ער ווידר אן איינם זעלכין הייליגן טאג וויא הייט אישט זא זיצט אידר מן אן דעם טיש אונ' איך זילט פורנן אן טיש זיצן אונט מוז עשין דא זעצט פלימו אין אך אן טיש . דא האט זיך דער שטן גאר גרינדיג אונ' נייבזן גימאכט אונ' פולר אייטר אונ' גייביר פום מויל ליף אין איין הראב . דא שפראך פלימו זיץ רעכט וויא מאכשטו דיך אזו מיאס דא שפראך דער ענ...  אל הספר
מינרוה