313 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט רב עמרם איך האבש דער הלבן גיטאן דש איך דען יצר הרע האב אויש גילעשט אונ' זאגט אים ווייש ער האט אין זין גיהט דען ער זאגט עש איז בעשיר דז איך זאל ווערן פאר שעמט אויף דיזר וועלט וועדר איך ח"ו זאלט פר שעמט ווערדן אויף יענר וועלט . דא בישוואר ער דען יצר הרע דש ער בון אים איין וועג גינג דא גינג ער בון אים איין וועק וויא איין זייל פייאר גינג ער פון אים . דא זאגט רב עמרם זיך דוא בישט דאך פייאר אונ' איך בין איידל בלוט אונ' פלייש אונט איך האב דיך דאך כופה גיוועשט אונ' איך בין אך בעשיר אלש דוא בישט דוא יצר הרע דוא שטון . דער הלבן זול מאן זיך ניט לאזן פאר פירן בון דעם יצר הרע אונ' זאל אים פר שעמין : וויא דיא ווייבר האבין לייכטי דעות אונט זיין לייכט צו קז . איבר רידן : קדושין היהיא תוספות פרק עשרה יוחסין מעשה מן שפריכט דיא ווייבר דיא האבן לייכטי דעות זיא זיין בלד צו איבר רידן דען עש גישאך איין מאל איין מעשה דש איין פרויאן איר מאן וואר גישטארבן אונט זיא טעט גאר קלעגליך אונ' גרושן יאמר אונ' וואלט יוא איר ליבן מאן ניט קענן פאר געשין אונ' לעג טאג אונ' נאכט ...
אל הספר