קג. מעשה ברבי (רבן) יוחנן בן זכאי שראה בחלום, שילדי אחותו אמורים לסבול נזק רב

295 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי יוחנן בן זכאי דעם טרוימט וויא זיין שוועשטר זון קג . זאלט איין גרושן שאדן איין נעמן : מסכת בבא בתרא פרק ראשון מעשה גישאך רבי יוחנן בן זכאי דעם טרוימט וויא זיין שוועשטר זון זאלט איין שאדן ליידן אום זיבן הונדרט גאלד גילדן אונ' דאש טרוימט אין אן דער נכט דא ר"ה אויש גינג . דא גינג רבי יוחנן צו זיינם שוועשטר קינדר אונ' זאגט ליבן לייט געט מיר געלט דען עש זיין לייט פר הנדן דיא גערן צדקה העטין אונט ער מעכיט מיט דען זיינן פריינדן רידן דש ער פון זיא דאש געלט זעלט נעמן דאש גנצן יאר לנג מיט זעלכין רידן אונט ער האט אזו פון זיא איין גנץ יאר גינומן געלט צו צדקה דיא זיבן הונדרט גאלד גילדן אונ' האט עז גינומן ביז אויף זיבן צעהן גילדן דיא העטין זיא נאך ניט אויש גיגעבן דאש גנץ יאר לנג פון דעם מאל אן אז עש אים גיטרוימט האט ביז ווידר צום אנדרן ר"ה . וויא עש נון דאש יאר אויש וואר דש עש אם ערב יום כיפור וואר דא שיקט דער קיסר נאך אינן זיא זאלטן פלוקש צו אים קומן . דא דער שראקין זיא גאר זער דען זיא פארכטין זיך פאר איין גרושן קנס אונט גינגאן צו אירם פעטיר רבי יוחנן ...  אל הספר
מינרוה