ק. מעשה שאחד צריך לעמוד במה שהבטיח, כפי שאנו למדים מדוד

283 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דש איינר זאל הלטין ווש ער צוזאגט דאש לערנן מיר עש ק . פון דוד : מסכת תענית היביא רשי בפרק ראשון מעשה רבי אמי שפריכט קאם הער מיין ליביר זון אונ' וויא איין גרוש דינג איש אום דיא ווארהפטיגין לייט דען ווען איינר דעם אנדרן עפיש צו זאגט דא זאל ער אימש הלטין אונט דאש לערנן מיר דור פון איינר גרובן אונ' פון איינם וויזליין אונט דא לערנן מיר דער פון מה דוך איינר דער זיין אמונה האט אן איינם וויזליין מכל שכן דש איינר זיין אמונה זול האבן אויף הקב"ה גלובט זייא זיין נאמן . דען עש גישאך זיך איין מאל איין מעשה דש איין מאל גינג איין פילציל אויש איינר שטאט פיין וואל גיצירט מיט קעשטליכה קליידר אונ' וואלט אין איין אנדר שטאט גין צו אירם פאטיר אונ' מוטיר . אונ' דיא גוטי פלציל פר אירט זיך אויף דעם וועג דאש זיא אין איין גרושן וואלד קאם אונ' קאם אין איין ווישנייא אונ' גינג אזו גאר זיר איר ביז נכט אונ' עש וואר איין גרושן היץ דען זעלביגן טאג וויא זיא נון איין הלבן טאג גינג קאם זיא צו איין טיפין ברונן דא וואר קיין עמיר דראן נייארט איין שטריק איז דראן אן גיבונדן אונ' זיא וואר א...  אל הספר
מינרוה