279 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דש מן זאל רעכט מעשר געבין : צט . מסכת ברוכת פרק ראשון היביא תוספות מעשה גישאך דער פסיק גיט עשר בשביל שתתעשר דש אישט טייטש גיב מעשר פון וועגן דש דוא קאנשט מין מעשר געבן דש מיינט אלזו מער דש איינר מעשר גיבט אי רייכר ער ווערט דען עש וואר איין מאל איין מאן . דער וואר איין גרושר עשיר אונ' אל זיין עושר קאם אים הער פון איינם אקיר דער טרוג אים אלי יאר טויזנט אכטיל קארן אונ' ער גאב אל יאר הונדרט אכטיל קארין צו מעשר דעם כוהן אונ' ווייל ער אזו רעכט מעשר גאב אזו ליש אים הקב"ה טויזנט אכטיל קארין וואקשין . אונ' דא נון דיא צייט קאם אז ער שטערבן זולט דא שיקט ער נאך זיינם זון דא האט ער ניט מין אז איין אייציגר זון אונ' שפראך ליביר זון דא ליג איך אונ' בין קרנק פיל לייכט מוז איך שטערבן פון דער קרענקייט דא זיך דען אקיר אז איך דיר לאש דער טראגט דיר אלי יאר טויזנט אכטיל קארין ליבור זון זייא גיווארנט אונ' גיב דיין מעשר רעכט אונ' גיב אלי יאר הונדרט אכטיל קארין זא וועט דיר גוט דען אקיר אך רעכט וואקשין לאשן וויא איך אך גיטאן האב אונ' שטורב דער זעלביג מאן אונ' אלזו ווקשין אי...
אל הספר