265 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' ער נאם דיא ערד דיא נאך איבריג וואר אונ' טעט זיא אין זיין אוצר אונ' ער גיבוט מן זאל דען שליח דען נחום דיא לאד מיט איידל אבנים טובות ווידר פיל אונ' דאש גישאך גלייך אונ' ער וואר איין היים גישיקט מיט איידיל ער אונ' ווירדקייט . דא קאם ער ווידר אין דיא הערבריג דא אים דיא לאד וואר אויש גלערט ווארדן . דא שפראכן דיא זעלביגן שעלק ווידר צו אים ליביר וואש האשטו דען קיסר גיבראכט דש דיך אזו מיט איין גרושן ווירדקייט איין היים לאשט ציהן . דא שפראך ער וואש איך האב פון הינן איין וועק גיפירט דאש האב איך אין גישענקט . דא גינגאן זיא הין אונ' גרובן דאש הויז גאר אום אונ' פירטן זיא עש אלש צום קיסר . וויא זיא נון צום קיסר קאמן דא זאגן זיא אדוני קיסר דא ברענגאן מיר אך דיא ערד . דיא דער יוד האט אך גיבראכט . דען ער האט דיא ערד פון אונש גינומן דא נאם זיא דער קיסר אונ' פר זוכט זיא דא וואר דיא ערד וייא אנדר ערד אך אישט דא ליש זיא דער קיסר אל טיטן . אונ' דער יודן גינג עש גאר וואל אויש פיל בעשיר זול עש אונש גין צו אליר צייט : וויא איין קיסר שוועשטר זון האט זיך גיוואלט מגייר ...
אל הספר