255 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונט ווען נון דיא קינדיר צו אים קאמן דא נאמן זיא אין אך בייא זיינם מנטיל אונט שפראכן ווידר אין פאטיר פאטיר גיב אונש רעגן דא טעט דער חנין תפילה אונט שפראך הער אל דער וועלט גיב דוך רעגין פון וועגן דיא קליינן קינדיר דען זיא קענן ניט דער קענן צווישן דען פאטיר דער אין דען רעגן גיבט אדר צווישן דען פאטיר דער אין קיין רעגן גיבט דען זיא מיינן איך גיב אין דען רעגן . דער הלבן ווארד ער גיהיישן חנין הנחבא ער פפלאג זיך צו פאר בארגן אין איין בית הכיסא דא זאגט מן פשטים דרויף איין פשט ער וואר איין גרושר עני ווען ער תפילה טעט דא פאר בארג ער זיך אביר ניט אין איין בית הכיסא . אבר איין טייל זאגן ווען ער איין עני עפיש גאב וואלט ער זיך ניט זעהן לאשן דא מיט דז דער עני ניט זעלט פר שעמט ווערדן דען עש איז ניט רעכט ווען מן איין עני פאר שעמט וויא איך דא ווייטר וויל שרייבן : וויא מר עוקבה אלי טאג פיר שילינג אין דיא אנגיל טיר צב . ליגט צו צדקה : מסכת כתובת פרק מציאת אישה מעשה אישט גישעהן אן איינם דער האט גיהיישן מר עוקבה בייא דעם מר עוקבא דא זאס איין גרושר עני דא גינג דער מר עו...
אל הספר