247 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא מן שיקט אלצייט רבנים צו אבא חלקיה דז ער זאלט צ . ביטן אויף רעגין : מסכת תענית פרק שלושה מעשה פון אבא חלקיה דער וואר דעש עניקלין פון חונה המעגל דען עז וואר איין מאל אויף איין צייט ווען ישראל גערנן גיהט העטן דש עש גירעגינט העט זא שיקטין זיא ריבונים צו דען אבא חלקיה דש ער דוך זאלט תפילה טון דש עש מעכיט רעגינין דא נון דיא צווייא ריבונים צו אים קאמן אין זיין הויז דא וואר ער ניט דער היימן . זיא גינגאן וואל אויף דאש פלד אונ' זוכטן אין דא פאנדן זיא אין דארטן אין איין וויין גארטן דש ער דאש און קרוט איין רויש ריש דאש עש נימר וואקשין זולט . דא שפראכן זיא צו אים ה' עמכם דש אישט טייטש הקב"ה זול זיין מיט אייך דא קערט ער זיין פנים ניט צו אינן . דא עש נון אובנט וואר דא גינג ער נון ווידר איין היים אונ' דיא צווייא רבונים גינגאן אך מיט אים ווידר איין היים . דא טרוג ער דש הולץ אונ' דיא שויביל דא ער מיט גיארבייט האט אויף איינר אכשל אונ' זיין מאנטיל אויף דער אנדיר אכשיל . אונט דען גאנצין וועג טעט ער זיין שוך ניט אן . אונט וויא ער אן איין וועג קאם דא פיל דוירניר שט...
אל הספר