פח. מעשה שקרה במותו של מוכס יהודי שהיה רשע גדול

239 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אין דער זעלביג נכט קאם דער תלמיד חכם צו זיינם תלמיד אים חלום אונ' זאגט ווידר אין מיין ליביר זון דוא בדרפשט דיך ניט אים מיר מצער זיין קום מיט מיר איך וויל דיר ווייזן מיין שטט אין גן עדן אונ' איך וויל דיר אך ווייזן וויא דער מוכסין אין גיהנום זיצט אונ' דיא אנגאיל פון טיר דש גיהנום דיא גיט אים אויף אונ' צו אין זיינם אור . אונ' איך וויל דיר זאגן ווארום מיר דיא חרפה בייא מיינם טוט איז ווידר פארן איך האב איין מאל גיהערט דש מן איין תלמיד חכם האט מזלזל גיוועזן אונ' איך בין דער בייא גיזעשן אונ' הבש ניט גיווערט אונ' העט עש וואל קענין ווערן דער הלבן אישט מיר אזו איין חרפה ווידר פארן . אונ' וויל דיר אך זאגן וואש דער מוכסין פאר גוטש גיטאן האט דאש ער אזו בכבוד אישט צו קבורה אישט גיקומן . דען ער האט איין מאל איין גרושה סעודה גימכט זיינם שר פון זיינר שטט אונ' דער שר האט ניט וועלין קומן . דא אישט דער מוכסין הין גיגנגאן אונ' האט דיא גנץ סעודה אונטיר דען עניים פאר טיילט דער הלבן האט אים השי' זיין גוטש אויף דיזור וועלט נאך בצאלט . דא פראגט דער תלמיד זיין רבי ביז וויא ...  אל הספר
מינרוה