פד. מעשה במלך שנתן את אוצרותיו ואוצרות אביו לצדקה

225 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מלך האט זיין אוצר אונ' זיין פאטרש אוצר אליש פד . איין וועק גיגעבן צו צדקה : מסכת בבא בתרא פרק ראשון מעשה גישאך אן איינם מלך דער היש מונבז דער גאב זיין אוצר אונ' זיין פאטריש אוצר אלש איין וועק צו צדקה אין איינם טייארן יאר דער מונבז איז פון גישלעכט הילני המלכה פון גישלעכט דער חשמנים אונ' וויא ער נון אל דאש זיין אונ' אל דאש גוט זיין עלטרן אלש איין וועק גאב דא צורניט איביר אין זיינן ברידור אונ' זיין הויז גיזינט גאר זיר איביר אין דען זיא שפראכן זיך דיין עלטרן האבן דען אוצר אימר דארן גימיארט אונ' האבן דען שאץ אימור דארן גיבעשרט . אונ' דוא גיבשט עש אלש צו אונצין איין וועק . וויא ער נון דיא ריד פר נאם פון זיינם פריינדן דא שפראך ער ווידר זיא איך מך עש בעשיר אז מיין פריינט האבן גימאכט אורזך איך וויל אייכש בישיידן דש איר מיר וועט טון ביקענן דען מיין עלטרן האבן אירן אוצר הונדן אויף דען ערדן גימאכט אביר איך מך מיין אוצר אובן אויף אויף דען הימול אלש דער פסיק גיט אמת מארץ תצמח וצדק משמים נישקף דש אישט טייטש דיא ווארהייט פון דען הימול זיא לוגט ווען איר ...  אל הספר
מינרוה