221 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז צו מארגנש זאך שלמה המלך דען מלאך המות דש ער ווידר פרילך וואר דא שפראך דער מלך ווארום בישטו אזו פרי ליך דוא האשט מיר עבין דיא צווייא אן אזו איין ארט גישיקט ווא אין דער טוט בישערט איז גיוועזן . דא שפראך שלמה מלך איצונט זיך איך וואל דש דיא פויש פון איינם מענשן זיין ערב ווא איינר שטערבן זול זא טראגן איינן דיא פויש הין עש האט גיזאגט דער אלט הילול אן דער שטאט דא איך גערן הין גינג דא טראגן מיך מיין פויש הין ער מיינט דער מיט ווא איינר שטערבן זול דא טראגן איינן דיא פויש הין דש ער דא הין קומט : וויא איינר זול אלי מאל זיין זון לאזין לערנן איין אמנות : פב . מסכת קדושין פרק עשרה יוחסן מעשה עש זאגט רבי מאיר אל וועגן זאל איינר זיין זון לערנן איין ריינקליך אמונת אונ' איין גרינג אמונת אונ' זאל אל צייט הקב"ה ביטן דעם דש גוט אונ' רייכטום אישט דען דאש ארמוט ליגט ניט אן דען אמונת אך ליגט ניט דש רייכטום ניט אן אמונת זונדר איין ליין עש הענקט אן דען דער דא רייכטום האט דש איז הקב"ה אלש דער פסיק שפריכט צו מיר אישט דאש זילבר אונ' דש גאלד זאגט דער הער אל דער וועלט דרוף זאגט ...
אל הספר