פא. מעשה ברגליו של איש אחד המובילות אותו למקום מותו

219 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא הובן דיא דרייא רבונים אן צו וויינן אונ' רבי עקיבה הוב אן צו לכן דא זאגטן זיא רבי עקיבה ווארום לכשטו דא זאגט ער אייא ווארום שרייט איר . דא שפראכן דיא דרייא זיך דיא דאזיגן גוים דיא נייגן זיך צו אירן אב געטיר נוך דענוך זיצן זיא פרידליך אונ' פריידליך אונ' מיר יודן דא אישט אונש בעו"ה אונזר בית המקדש פר ברענט אונ' מיר זיין אונטר גוים פוישן זאלין דען מיר ניט וויינן . דא שפראך רבי עקיבה דער הלבן לך איך אונ' בין פריליך איך גידענק אלזו זיך דוך הקב"ה טוט דען אזו פיל גוטש מכל שכן וועט ער אונש טון דרום האב איך גילאכט : וויא די פיש פון איינם מענשין טראגן איינן הין ווא ער זאל פא . שטערבן : מסכת סוכה פרק החליל מעשה עש האט גיזאגט רבי יוחנן דיא פיש פון איינם מענשין זיין ערב זוא דער מענש שטערבן זול דש אין דיא פויש הין טראגן . דען עש וואר איין מאל צווייא מנן אויש דעם לנט כוש דער איינר היישט אל יהורוף דער אנדר היש אחיה בן שישה אונ' זיא ווארן אלי בייד שרייבר בייא שלמה המלך אונ' דער שלמה המלך דער האט זיא גאר ליב . איינש טאג זאך שלמה המלך דען מלאך המות דאש ער גאר טרוי...  אל הספר
מינרוה