215 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דיא לייט זאגין ער האט קיין ביסין גיגעשין ביז מן אים וואשיר ברוכט דיא הענד צו וועשין . דא עש נון דיא חכמים הורטין דז ער אזו גיטון האט דז ער ניט האט וועלן זונדר הענד וועשין עשן דא זגטין זיך דז דאזיג טונן ער ווייל ער אפילה שון אלט אישט מכל שכן אישט ער נאך פרומר גיוועזן אין זיינר יונגאנט אונ' דז האט ער גיטאן דא ער תיפס אישט גיוועזן מכל שכן ווייש ער אין זיינם הויז האט פר פרומקייט גיטאן אונ' דא ער יונג אישט גיוועזן אישט ער נאך פיל שטערקיר מיט מצות גיוועזן דער הלבן זול מן ניט וארשוועכן אן דען הענד וועשן וויא דער רבי עקיבה עליו השלום אך גיטאן האט : וויא רבי יודש ווייב אונ' קויפט וואל אונ' שפאן עז צו איין עח . מנטיל : מסכת נדרים פרק הנודר מן המבושל מעשה רבי יודא דער האט איין ווייב דיא גינג אויף דעם מרק אונ' קפיט וואל דיא שפאן זיא אונט ליש איין מנטיל דרויש מאכן . אונט ווען זיא אויף דעם מרק גינג . דא טעט זיא דען מנטל אן אונט ווען רבי יודא וועלט תפילה טאן דא טעט ער דען מנטיל אך אן אונ' אלי מאל ווען ער אין אן טעט אזו מכט ער איין ברכה גלובט זייא גוט דער האט מיך...
אל הספר