עא. מעשה ברבי גמדא שנתן ארבעה שילינג (זוזים) לאנשים באניה, שיביאו לו משהו מיוחד

201 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט זיא צו אים ליביר רבי זאג מיר קאן איך אך תשובה טון דא זאגט רבי עקיבה אוויא יא דא גינג זיא הין אונט וואר זיך מגייר אונ' זיא ווארד דער נאך רבי עקיבה ווייב אונ' זיא בראכט אין פיל געלט צו דאז ער גאר רייך וואר פון איר . אונ' דאש זעקשט דז רבי עקיבה אישט רייך גיווארדן דער פון . פון קטיאה זון שלום דער פאר מאכט אל זיין מומן צו רבי עקיבה אונ' צו זיינם תלמידם וויא איר אובן האט גילייאנט דא מאן וואלט אין טיטן דא שריא ער מיין גוט צו רבי עקיבה אונ' זיינן תלמידים : וויא רבי גמדא גאב דען שיף לייטן פיר שילינג דש מן זעלט עא . אים עפיש זעלצומש מיט ברענגאן : מסכת נדרים פרק הנודר מן המבושל מעשה פון רבי גמדא דער גאב דען שיף לייטן אך פיר שילינג מיט זיא זולטן אים עפיש זעלצימש מיט ברענגאן . דא פאנדן זיא ניקש זעלצימש דען איין אפין דען שענקטין זיא אים וויא אין רבי גמדא איין ווייל העט דא אנטליף אין ער דען אף אונ' קרוך אין איין לוך אונטר דער ערדן . דא גרוב אין דער רבי גמדא נאך דא פאנט ער דען אפין אונטיר דער ערדן אונט זאש אויף איין קעשליכן פערליין דאש וואר פיל געלט ווערט...  אל הספר
מינרוה