195 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דאש טעט אליהו דרום דז זיא זאלטן גידענקן זיך עש זיין נאך ארימר לייט אין עולם אלז מיר זיין אונ' זאלטן עש גוטליך אויף נעמן . דא שפראך זיא ווידר אין גיא הין אונ' ציך נאך צוועלף יאר אויש לערנן וויא איר נון פור דעם מעשה גילייאט האט אונ' דא ער נון ווידר קאם דא ברוכט ער נאך צוועלף טויזנט תלמידים דא הורט זיא איין רשע הינטר אירם הויז זאגן איר פאטיר האט איר רעכט גיטאן דז זיא קיין הנאה זאל האבן פון זיינם גוט . ווארום ער איז ניט פון איינר זעלכן גוטן משפחה אלש כלבא שבוע אישט דאש אנדר ער לאשט זיא איין אלמונה בייא זיינם לעבן זיצין דא זאגט זיא ווען ער מיר פאלגיט בליב ער נאך צוועלף יאר אוישן אלזו צוג ער ווידר פורט לערנן וויא אובן שטיט : וויא רבי עקיבה איז רייך גיווארדן : ע . מסכת נדרים פרק הנודר מן המבושל מעשה פון זעקש ארלייא אישט רבי עקיבא רייך גיבארדן אונ' דז זיין זיא וויא איך וויל זיא דא נאך איין נאנדר שרייבן דאש : ערשט אישט פון זיינם שוועהר כלבא שבוע דז ער האט זיין הלב מומן גיקריגן . אונ' פון איינם ריך אודר פון איינם הירש דז מן מכט אין איין שיף צו איינם סימן . ...
אל הספר