סט. מעשה שרבי עקיבא לקח את בתו של כלבא שבוע

193 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא שפראך רבי עקיבה ווען דוא גיווישט העשט דש ער איין תלמיד חכם ווער גיוועזן העשטו דען נדר גיטאן דא שפראך ער ליבר רבי ווען ער נייארט איין פרק העט גיקענט אדיר איין הלכה העט קענן לערנן אזו העט איך דען נדר ניט גיטאן . דא שפראך רבי עקיבה ווידר איך בין דער זעלביג הירט גיוועזן דער דיר דיין שאף גיהיט האט אונ' דיין טאכטיר האט גימאכט אז איך בין אויש גיצוגן לערנן אונ' בין אזו מיט פיל תלמידים גיקומן . וויא נון דאש דער כלבא שבוע הורט דא פיל ער אויף זיינן פויש אונ' גאב אין זיין הלב מומן : דיא טאכטיר פון רבי עקיבה דיא טעט אך אזו צום אירן מאן בן עזאי וויא איר מוטר האט גיטאן אונ' ליש זיך אך פון אין מקדש זיין דער ווארטן דש ער אויך זאלט אויש ציהן לערנן . אונ' דש אישט דש דיא לייט דאש שפריך ווארט זאגן רחילה בתר רחילה דש אישט טייטש איין שויף גיט דען אנדרן שויף נאך וויא איין שוף טוט אזו טוט דאש אנדרן אויך וויא דיא מוטר גיטאן האט אזו טעט דיא טאכטיר אויך : וויא רבי עקיבה האט גינומן דאש כלבא שבועה טאכטיר : סט . מסכת נדרים פרק הנודר מן המבושל מעשה דא נון רבי עקיבה האט גינומן...  אל הספר
מינרוה