סז. מעשה שקרה לרבי (לרבן) יוחנן שרכב על חמור, כשיצא מירושלים

187 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי יוחנן וואש רייטן אויש ירושלים אויף איין איזל : סז . מסכת כתובת פרק מציאת אישה מעשה אישט גישעהן אן רבי יוחנן בן זכאי דער וואש רייטן אויש ירושלים אויף איינם איזל אונ' זיינן תלמידים דיא גינגאן אים נאך דא זאך ער איין פרויא דיא קלויבט דיא גערשנר קערניר אויף אויש דעם קויט פון דיא בהמת פון דיא ערביים דא נון דיא פרויא דען רב זאך דא באנד זיא דען שלייאר רעכט אויף אונ' גינג צו אים אונ' זאגט צו אים ליבר רבי שפייז מיך . דא שפראך ער צו איר מיין ליבה טאכטיר ווער בישטו . דא שפראך דיא איך בין דיא טאכטיר פון נקדימן בן גוריון דא שפראך ער ליבה טאכטיר ווא אישט דיין פאטרש גוט הין גיקומן ער איז דאך גאר רייך גיוועזן . דא שפראך זיא ליביר רבי דאש שפריך ווארט גיט צו ירושלים ווער זיין גוט וויל איין זלצין דש ער עש ביהלטן וויל דער זאל צדקה דער פון געבן . איין טייל לייט זאגין אזו . ווער זיין גוט אין זלציט אונ' גיבט קיין צדקה דער פון דעם גיבריכט צו לעצט זיין מומן . דא זאגט רבי יוחנן ווידר ווא אישט דיין שוועהרש גוט הין גיקומן . דא שפראך זיא עש אישט גיקומן אז איינש דאש אנ...  אל הספר
מינרוה