183 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי יוחנן דער אליר שענשטר מאן איז גיוועזן : סו . מסכת בבא מציאה פרק הפועלים מעשה רבי יוחנן דער וואר דער אליר שנשטן מאן דען מן אין דיא גנצין וועלט מוכט פינדן איין מאל דא וואר אים גאר ווארים דש ער זיך באדיד אים וואשיר אים ירדן דא קאם עבן אך איין גזלון דער זאך דען מאן אים ירדן אונ' דער גזלן דער פאר וואנדרט זיך אן זיינר הופשקייט דיא דער מאן אן אים האט אונ' ער מיינט ער וואר איין ווייבש בילד אונ' שפראנג אין דאש וואשר היניין אונ' דער גזלן וואר גיוועשט ריש לקיש דא שפראך רבי יוחנן צו אים איי וויא איין גרושי כוח האשטו צו דער תורה לערנן דא שפראך דער גזלן ווידר אייא וויא ווערשטו אזו שין צו איינם ווייבש בילד . דא שפראך רבי יוחנן צו אים ווילשטו פון דיינן ביזן שטיק אב לאשן אונט ווילשט תורה לערנן אזו וויל איך דיר מיין שוועשטיר געבין צו איינם ווייב דיא איז פיל היפשר דז איך בין דא שפראך דער גזלן יוא איך וויל תורה לערנן ווען דוא ווילט מיר דיין שוועשטר געבן . זא שפראך רבי יוחנן זא שפרינג ווידר ארויש אונ' הול מיר דיא קליידר וויא דוא בישט פור אריין גישפרונגאן . דא...
אל הספר