175 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין ריכר אונ' איין ארמיר ווערט הקב"ה ורעגן ווארים סד . זיא האבן ניט תורה גילערנט : מסכת יומה פרק שלושה מעשה דיא רבונים האבן גילערנט איין ארמיר אונ' איין רייכר דיא ווערן אלי בייד קומן אויף יענה וועלד פור הקב"ה ליום הדין דא ווערט מן טון זאגן צו דעם ארמן זאג אן ווארום האשטו ניט תורה גילערנט אויף דער וועלט ווא דוא בישט גיוועזן דא ווערט דער ארמיר זאגין ליביר הער גוט איך בין גאר זיר גימיט גיוועזן מיט מיינר ארמיט אין מיינר נארונג דש איך דער פיר ניט האבן קענין תורה לערנן . דא ענטפרט מן אים ווידר בישטו דען ארמיר גוועזן אלש הילול דען מן האט גיזאגט אויף דען אלטן הילל אלי טאג האט ער איין שילונג גיהט פר דינט דא גאב ער דיא העלפיט דען שומר דער איבר בית המדרש גיזעצט אישט גיוועזן אונ' דער אנדר העלפט האט ער זיך מיט זיין ווייב אונ' קינדיר גישפייזט דער מיט אונ' האט דאך תורה דער בייא גילערנט . איינש טאגש איין מאל אזו האט ער נישט קענין פר דינן אזו האט אין דער שמש ניט וועלין אים בית המדרש אניין לאשן ווארום ער האט אין נישט גיהט צו געבן צו לון מן האט דען שמש אלי טאג...
אל הספר