171 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רב חיסדא אונ' רבה וואלטן איבר דש וואשיר פארין סב . אונט איין שרתה וואלט אך מיט זיא פארין : חולין פרק כל הבשר מעשה גישאך רב חיסדא ורבה בר רב הונה דיא וואלטין איבר איין וואשר פארן אין איינם שיף דא וואר עבין אך איין שרתה פון רוים דיא וואלט אך מיט אינן פארן . דא וואלטן זיא דיא שרתה ניט מיט נעמן בייא זיך אין דאש שיף דא מכט זיא מיט כישוף דש דאש שיף ניט קעניט פון לנט קומן . דא זאגטין דיא צווייא רבונים שימות דש דאש שיף פון לנט גינג דא שפראך דיא שרתה ווידר דיא צווייא ריבונים ווייש זאל איך מיט אייך טון איך קאן אייך קיין כישוף טון . דען אייער קיינר האט זיך זיין טאג ניא גיווישט מיט איין אירדן שערבן אונ' אייער קיינר האט זיין טאג קיין לויז אויף זיינר קליידר גיטיט אונ' אייער קיינר האט אך נישט גיגעשן אויש איינם גיבינט אי ערש אויף גישניטן האט פור . דער הלבן ליבן לייט זייט גיווארנט אן דיא דרייא ערלייא דא קאן מן אייך קיין כישוף דער מיט גיטאן :
אל הספר