167 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מענש זאל גיווארנט זיין דז ער קיין ברוט זאל אויף ס . דיא ערד ווארפין : מסכת חולין פרק כל הבשר מעשה איין איטליכיר מענש דער זאל גיווארנט זיין דז ער קיין ברוט אויף דער ערדן ווארפט אדר אויף דער ערדן ליגן לושט דען מן מעכיט זינשט אויף דאש ברויט טרעטין . דארויף זאגט דער אבייה פון ערשטן האב איך גימיינט מן קערט דרום דיא שטוב אויש ווען מן גיגעשן האט דער ווארטן דז עש זאל גאר ריינטליך זיין ביז דז איך גיהערט האב מן מעכיט אויף דאש ברויט טרעטן ווען מן ניט זעלט אויש קערן אונ' ווען מן אויף דאש ברויט טרעט דא קומט גרוש ארמיט דער פון . דען עש וואר איין מאל איין מאן דעם גינג דער שר דער איבר דען ברוט אישט גיזעצט דער דא היישט נביל גאר הרט נאך אונ' דען גוטן מאן גערין צו ארמיט גיבראכט אונ' מיינט ער זאלט ברויט לאשן ליגן דש מן זעלט דרויף טרעטן . איין מאל אש דער זעלביג מאן אויף איין גרינן גראז דא גידאכט זיך דער שר דער איז איבר דען ארמיט גיזעצט איצונדר וויל איך אין בייא קומן דען ער קאן ניט דיא קליינן ברעקליין ברויט ניט אויש דעם גראז קלויבן אונ' ווערט דער נאך דרויף טר...
אל הספר