163 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דער קיסר וואלט איין סעודה אויף גוט מכן : נח . מסכת חולין פרק אלו טריפות מעשה גישאך דער קיסר זאגט ווידר רבי יהושיע איך וועלט גערין דיין גוט איין סעודה מכן דש ער מיט מיר זעלט עשן . דא שפראך רבי יהושיע ווידר דעם קיסר דוא פאר מאגשט עש ניט דען הקב"ה האט פיל דיניר . דא שפראך דער קיסר ווידר פר וואר איך פר מאג עש וואל דא שפראך רבי יהושיע דא גיא הין אנויש אויף דאש ווייט פעלט בייא דעם בך רביתא אונ' לאש דיא סעודה דער בייא צו ריכטן . דא מיאט זיך דער קיסר זעקש חדשים לנג אים זומר צייט אונט ליש טיש צו ברייטן מיט פיל ארלייא גוטן עשן שפייז אונט מיינט ער העט עש גאר וואל צו גיריכט . דא קאם איין גרושר ווינט אונ' וויאט דיא טיש אל אין דען בך אניין . דא גינג דער קיסר הין אונ' מיאט זיך ווידר זעקס חדשים לנג אים ווינטר צייט אונ' ליש ווידר פיל טיש צו ברייטן מיט גודן עשן שפייז דא קאם איין גרושר רעגין אונ' שוועמיט דיא טיש אל הין וועק אין בך אניין דא זיא הין איין וועק שוואמן דא שפראך דער קיסר ווידר רבי יהושיע ווייש אישט דאש ווען איך לנג צו רישט דא קומט דאך נימט אונ' עש קו...
אל הספר