נז. מעשה שהקיסר אמר לרבי יהושע: הייתי רואה ברצון את אלוהיכם

161 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דער קיסר זאגט צו רבי יהושיע איך וואלט גערין אויער נז . גוט זעהן : מסכת חולין פרק אלו טריפות מעשה גישאך דער קיסר פראגט רבי יהושיע איך וועלט גערן אויער גוט זעהן . דא שפראך רבי יהושיעה ווידר דען קיסר דוא קאנשט אין ניט זעהן . דא שפראך דער קיסר פיר וואר דוא מושט מיך אין ווייזן . דא גינג רבי יהושיע הין אונט פירט דען קיסר מיט זיך אנויש אויף דאש פעלט אונ' דאש וואר עבן אין דען חודש תמוז דש דיא זון גאר הייש שיינט דא שפראך דער קיסר צו רבי יהושיעה נון ווייז מיר דיין גוט . דא שפראך רבי יהושיע ווידר דען קיסר נון זיך קען הימול אנויף אזו ווערשטו גוט זעהן אונט וויז אין ער זאלט אין דיא זון זעהן . דא שפראך דער קיסר ווידר רבי יהושיע איך קאן ניט איבר מיך זעהן אין דיא זון . דא שפראך דער רבי יהושיע ווידר דען קיסר נון זיך דען זעלביגן טאג דש הקב"ה זיין דיניר איינש פאר אים דינט אזו קאנשטו זיין דינר ניט אן זעהן אלש גיא זון דיא אישט איין משרת צו תקב"ה מכל שכן דז דוא הקב"ה זעלברט ניט קאנשט זעהן אונ' ליש זיך דער מיט אב ווייזן :  אל הספר
מינרוה