נד. מעשה ברבי פנחס בן יאיר שהלך לשחרר שבויים

151 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי פנחס בן יאיר דר גינג אונ' וואלט גיפנגאן לייט נד . אויז ליזן : מסכת חולין פרק ראשון מעשה רבי פנחס בן יאיר דער גינג אונ' וואלט גיפנגאן לייט אויש ליזן דא קאם ער אן איין גרוש וואשר דש היש גנאי דא שפראך רבי פינחס גנאי טייל דיין וואשר פון אננדיר אונ' לוש מיך דיר דורך גין דא שפראך דאש וואשר ווידר דען רבי פנחס דוא גישט אונ' ווילשט טון דאש ווילן פון גוט ית"ש זיין גיבוט אונט איך גיא אך אונ' טוא גוט ית"ש גיבוט בייא דיר אישט ניט גיוויש אז מן דיר דיא גיפאנגאן לייט אויש ליזן געבן אביר בייא מיר איז גיוויש דז איך מיין גיבוט אויש ריכט אונ' אישט גיוויש דז איך אין דאש ים גיא איך וויל מיך ניט שפלטן . דא שפראך רבי פנחס ווידר ווילשטו דיך ניט שפלטין אזו וויל איך גוזר אויף דיר זיין דז נימר מיר קיין וואשיר זאל אין דיך לויפן . דא דאש וואשיר דאש הורט דא שפלט עש זיך פון אננדיר דאז דער רבי פנחס קאן טרוקין איין ריבר גאן וויא ער נון דיברן וואר . דא קאם אך איינר דער טרוג ווייץ צום פסח דען וואלט ער מאלן צום פסח דא שפראך רבי פנחס ווידר צום וושיר שפליט דיך אך פון דש יודן ו...  אל הספר
מינרוה