141 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא עש איין גנצין חודש ניט האט גירעגנט אונ' מן הט נב . תפילה דרויף גיטאן : מסכת תענית פרק שלושה מעשה עש גישאך איין מאל איין דינג דש דא אויש גינג דער גאנץ חודש אדר אונ' עש וואלט ניט רעגינן דא גינגאן דיא חכמים צו חונה המעגל דער זאלט הקב"ה ביטן דש עש רעגינין זאלט דען דער זעלביג חונה המעגל דער וואר איין קעשליכר מאן אונ' ער וואר עבן גיוואנט פר הקב"ה אלש וויא איין הויז קנעכט בייא איינם מלך אזו גאר גיוואנטליך וואר ער דש ער פאר הקב"ה ביטיט דש עש רעגינן זאלט אודר זינשט ווען עפיש צו פיטין וואר צו הקב"ה דא גינג ער הין און פאגט איין קוכן אונ' שטעלט זיך דאריין דש וואר עבן גימאכט אלש ווער ער אין איין תפיסה אונ' פיינגט זיין לייב דא מיט אלש וויא מיר אך גיפינדן בייא דעם נביא חבקוק ווען ער וואל עפיש צו הקב"ה ביטן אזו מכט ער אזו איין קוכין אונ' שטעלט זיך דאריין אונט טעט תפילה דא מיט דז ער זיין לייב אך פייניגט דרום טעט דער חונה אך אזו אין אזו איין קוכן אונ' הוב אן אונ' טעט תפילה אונ' זאגט הער אל דער וועלט דיין פאלק ישראל דיא טונן איר אויגן אויף מיך דען ווען זיא עפיש...
אל הספר