139 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דער קיסר פראגט רבן גמליאל אביר דיא טוטן ווידר נא . ווערן אויף שטין : מסכת סנהדרן פרק חלק מעשה ער זאגט דער קיסר ווידר רבי גמליאל איר יודן זאגט דיא טוטן ווערדן ווידר לעבנדיג זי זיין דאך איידל ערד וויא קענן זיא דער ווידר לעבנדיג ווערדן . דא זאגט דש קיסרש טאכטיר צו רבן גמליאל שווייג דוא שטיל לאש מיך מיין פאטיר ענטפרטן . דא שפראך דיא טאכטיר ווידר דען קיסר ליביר פאטיר איך מוז דיך עפיש פראגן מיר האבן היא אין דיזר שטאט צווייא העביניר איין העביניר דער מכט זיין העבין אויש וואשר דער אנדר מכט זיין העבין אויש לוימין זאג דוא מיר וועלכר אישט איין גרעשיר מיינשטיר אונטר דיא צווייא העביניר . דא זאגט דער קיסר ליבה טאכטיר וואש פרעגשטו פשיטי איז דער איין גרעשיר מיינשטר דער זיין העבין אויש וואשר קאן מאכין דא זאגט דיא טאכטיר ליביר פאטיר מיינשטו אביר ניט דער העבניר דער זיין העבין אויש וואשר מכט דש ער זיא פיל בעשיר אויש לוימין קאן מאכן . דא שפראך דער קיסר דאש קאן איך וואל גידענקין . אז ער זיא בעשיר אויש לוימין מאכט וועדר אז וואשר דא זאגט דיא טאכטיר אך מיין ליבר ואטיר...
אל הספר