123 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אזו צוג רבי יוחנן ווידר היים אונ' לערנט תורה אונ' וואר איין קויש טליכר מאן אויש אים אין דער תורה אונ' דיא לייט זעצטין אין צו איינם רוש ישיבה . אונ' דער נאך קאם אילפא אך ווידר היים אונ' האט דוך קיין געלט אונ' האט דאך נישט גלערנט אך דא זאגטן דיא לייט ווידר אילפא ווערשטו דא היימן גיבליבן דא ווארשטו ראש ישיבה גיווארדן דען דער אילפא דער לערנט בעשיר אז רבי יוחנן דא זאגט אילפא אוב איך בין שוין אוישן גיוועזן דא לערנן איך דוך . נוך בעשיר אלש רבי יוחנן קום נייארט איינר אונ' פרעג מיך עפיש אויש מושניית דא קאמן די לייט אונ' פרוגטן אין דא וואר ער אלש מתרץ ווייש זיא אין פראגטן דיא לייט : וויא דיא תלמידים פראגטן אירן רבי ווארום ער אזו לנג מה . לעבט : תענית פרק שלושה מעשה עש פראגטן דיא תלמידים אירן רבי אדא זון אהבה ליבור זאג דוא אונש ווא ער מיט האשטו אזו לאנג גילעבט זי מיינטן עש אלזו וואש פר איין גוץ האשטו דיין טאג גיטון דש דיר השי' דיין טאג זא דער לענגט האט דען ער וואר גאר אלט גיווארדן . דא שפראך ער ווידר איך האב אל מיין טאג ניא גיצוירנט אין מיינם הויז . אונ' בין...
אל הספר