121 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא אולפא אונ' רבי יונתן לערנט תורה אונ' לידן גרוש מד . דוחק : מסכת תענית פרק שלישה מעשה אולפא אונ' רבי יותנן דיא לערנטן בייד זער תורה אונט זיא לידן גרוש דוחק דש זיא ניט ברוט צו עשן האטן . דא זאגטן זיא צו איין ננדור מיר וועלין מיט אננדור אויש ציהן אונ' וועלן סחורה טרייבן דור ווארטן דש מיר ברוט מעכנן צו עשן ביקומן אונ' וועלן דען פסיק מקיים נייארט ניט עש זול זיין איין אביון אונטר ישראל אלזו גינגאן זיא הין וועק נוך סחורה אונ' וויא זיא איין ווייל ווארדן גיגאנגן זעצטן זיא זיך איין נידר בייא איינן שטיינן וואנט דיא וואר גאר אלט אונ' וואלט שיר איין פלין דיא שטונט מיטן אויף דעם פעלד אונ' זיא וואלטן ברוט עשן . דא קאמן צווייא מלאכים פום הימול אונ' שטעלטין זיך הינטור דיא מויאר דא הורט רבי יוחנן וויא דיא מלאכים מיט אננדר ריטן מיר וועלן דיא אלט מויאר אויף די צווייא רבונים ווערפין דש זיא בייד דא מוזן שטערבן דען זיא פר לאזין דיא איביג וועלט אונ' וועלן זיך בהעפטין אן דיא פאר גענגליך וועלט . דא שפראך דער אנדר מלאך ניין מיר וועלן עש ניט טון דען עש איז נאך איינר אונ...
אל הספר