מג. מעשה ברבי ברוקא שהלך לשוק, ואליהו הנביא בא אליו

117 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא פרעגט רבי שלמה אין דער גמרה ווארום מאכט ערש אלז הקדש דא אישט מן עש אזו מתרץ דש וואר איין נס מיט דעם ווייץ אונ' ווען איינם איין נס גישכט אזו שלאגט מן אים עש אב אויף יעניר וועלט דער הלבן וואלט ער קיין הנאה הבן דער פון אונט מכט עש אלז הקדש : וויא רבי ברוקה גינג אויף דען מרק אונ' אליהו הנביא קום מג . צו אין : תענית פרק שלושה מעשה רבי ברוקה חוזאי דער וואר גיוואנליך אויף דעם מרק רבי לפט דאש וואר איין שטאט דיא היש לפט אונ' אליהו ז"ל דער וואר אך שטעטש בייא אים . איין מאל שפראך אליהוי ווידר רבי ברוקה פרוג מיך עפיש ווייש דוא ווילשט דא פראגט ער אליהו הנביא ווידר ליביר זאג מיר אישט קיינר אויף דעם מרק דען דוא קענשט דער איין בן עולם הבא אישט דא זאך ער דורט איין מאן דער האט שווארצין שוך אן ניט אלש דיא יודן סדר אישט אונ' ער האט אך קיין ציצית אן זיינן קליידר . דא זאגט אליהו הנביא ווידר דען רבי ברוקה חוזאי דער אישט איין בן עולם הבא דער דארטין אין יעניר שווארצין שוך גיט דא לוף אין רבי ברוקה נאך אונ' פראגט דען מאן ליבר זאג מיר וואש זיין דיין ווערק . דא שפראך דער מ...  אל הספר
מינרוה