מ. מעשה ברבי יוסי שבא לישיבה של רב אשי

109 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונט זיא זאגטן דיא צווייא רבונים צו אים ליביר זאג דוא אונש וואש האשטו אונש חושד גיוועזן דא מיר דיא קליידר האבן מיט אונש איין וועק גינומן . דא שפראך ער איך האב גידאכט איר האט גיפאנגאן לייט דא וועלט איר דער מיט אויש ליזן אונט האבט אייך גישעמט אז איר מיר עפיז אן היישן דא שפראכין זיא נעם דיא קליידר ווידר דא זאגט ער איך האב זיא גלייך הקדש גימאכט אונט וואלט זיא ניט ווידר נעמן . דעם רבא טעט וויא דש צו אביי מין דיא שטים קאם אלש צו אים . דען צו אביי קאם אלין ערב שבת דיא שטים פום דעם הימול אונט צו רבא אלין ערב יום כיפור דא ווארט דעם רבא אים חלם גיוויזן אונט ווארד אים גיזאגט דוא דארפשט דיך דער הלבן ניט מצער זיין דען עש איז גינוגן דש דוא מיט דיינם זכות אויף איין גאנצין שטאט בישערמשט . אונ' דרפשט דיך ניט מצער צו זיין . וויא רבי יוסי ציט אויף דער ישיבה פון רב אשי : מ . מסכת תענית פרק שלושה מעשה גישאך דש רבי יוסי זון אבין דער וואר גיוואנליך דש ער לערנט בייא דעם רב רבי יוסי דמן יוקרית אונ' ער פר ליש דען רב רבי יוסי דמן יוקרות אונ' ער גינג לערנן אויף דיא ישיבה פון...  אל הספר
מינרוה