105 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אביר הקב"ה גילובט זייא זיין הייליגר נאמן דער אישט ניט אלזו דען ער זיצט אוישן בור דער טיר אונט בהיט זיין ליב פאלק ישראל דיא אינן ווינק זיצן דרום שטיט דיא מזוזה אוישן ווינק אלש מיר זאגן גוט בהיט מיין אויש גין אונ' מיין היים קומן פון איצונטר אן ביז איבגליך וויא זיא דאש הורטן אזו ווארן זיא זיך אויך מגייר וויא דש נוא דער קיסר דאש גיוואר ווארד דא שיקט ער נוא קיינן מיר נוך אים דען ער פורכט זיך זיין פאלק ווער זיך גאר מגייר זיין אונ' ער ווערט קיין פאלק מיר ביהלטין : וויא צו אביי קאם איין שטים פון הימול אלי ערב שבת : לט . 7 תענית פרק שלושימסת מעשה איינר דער היש אבא אומנה דעם קאם אלין טאג איין שטים פון הימול אונ' צו אביי קאם אך איין שטים פון דעם הימול פון איינם ערב שבת צו איינם ערב שבת אונט צו רבא קאם אלי ערב יום כיפור איין שטים פון דעם הימול הראב . דא גיהוב זיך דער אביי גאר איביל אונ' טעט אים וויא דש דיא שטים פון הימול מין קאמן צו אבא אומנה אלש צו אביי דא זאגטן דיא לייט צו דעם אביי דוא קאנשט ניט אזו פיל גוטש טון אלש דער אבא אומנה . וואש ווארדן נון דיא ווערק...
אל הספר