לו. מעשה ברבי חנינא שראה את בתו עצובה כל כך בערב שבת

99 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי חנינה זאך זיין טאכטיר אזו גר טרויארג אן ערב לו . שבת : מסכת תענית מעשה איין מאל אן איינם פרייא טאג דא זאך דער רבי חנינה דש זיין טאכטיר גאר טרויאריג וואר . דא פראגט ער זיא ליבה טאכטיר ווארום זיכשטו אזו גאר טרויריג וואש איז דיר גישעהן דא זאגט זיא דא איך האב וועלין צינדן ליכט אויף שבת אזו האב איך גימיינט איך האב דאש איל קריגיל דער ווישט זא האב איך דאש עסיק קריגליין דער ווישט אונ' האב דיא לומפא מיט עסיק גיפילט דא הוב דער רבי חנינה אן מיין טאכטיר דער הלבן דרפשטו ניט טרויאריג זיין . דער דאש איל האט היישן ברענן דער קאן דען עסיק אך היישן ברענן מיר האבן גילערנט דיא זעלביגן ליכט דיא האבן גיברענט ביז דש מן דיא הבדולה קארץ האט פון דיא למפא אן גיצינט דיא מיט עסיק גיפילט גיוועזין .  אל הספר
מינרוה