לד. מעשה שהיה פעם קיסר ששנא מאוד יהודים

93 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מאל וואר איין קיסר דער האט יהודים גאר פיינט : לד . מסכת עבודה זרה פרק ראשון מעשה קטיאה זון שלום אין זיינר צייט דא וואר איין קיסר דער וואר יהודים זער פיינט דער קיסר שפראך צו זיינן יועצים אונ' דער קטיאה דער וואר אך איינר פון זיינן יועצים וועלכיר איין אלטין שאדן האט אונ' האט פויל פלייש דינן וואקשין וויא זאל ער אים טון זאל ער דאש פלייש ארויס שניידן דא מיט דז ער גיזונט ווערט . אודר זאל ערש בלייבן לאשין אונ' זאל דען וויא טאג פון דעם אלטין שאדין ליידן . דאש מושל רעט דער קיסר אויף די יודן דען ער האט זיא גערנן מגרש גיוועזן . דא שפראך דער קטיאה ווידר דען קיסר דוא קאנש דיא יודן ניט פר דרבן אודר פר טרייבן . דען עש שטייט גישריבן אלש פיר דיא ווינט דער וועלט האב איך זיא פר שפרייט דאש מיינט אלזו ווינק דיא וועלט קאן בישטיין זונדר ווינט . אלזו ווינק קאן דיא וועלט בישטין זונדר יודן דער הלבן קאנשטו זיא ניט פר טרייבן . אונט נאך מין ווען דוא דיא יודן זעלשט פר דערבן . אזו ווער מן דיך היישן דער פר שניטן קיניג . דא שפראך דער מלך דוא האשט מיר גאר רעכיט גיענטפערט א...  אל הספר
מינרוה