83 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא דינט ער אזו לנג איבר דען אחד ביז אים זיין נשמה אויש גינג אין אחד דא קאם איין שטים פון הימל אונ' זאגט וואל דיר רבי עקיבא דז דיין נשמה אישט אויש גיגאנגן מיט אחד . דא זאגטן דיא מלאכים פור הקב"ה הער אל דער וועלט אישט דש דיא תורה אונ' איר לון . דש דער רבי עקיבה אזו גאר יעמרליך אום קומט ער זאלט פון דיינר הנט זעלבש גישטארבן זיין הער אל דער וועלט ער זאלט בון עלטיר וועגין גישטארבן זיין אונ' ניט בון איינר זעלכין מיתה משונה אונ' אין הענט דער גוים . דא קאם ווידר איין שטים בום הימל אונט זאגט וואל דיר רבי עקיבה דז דיין נשמה אישט אין אחד אויש גיגנגאן אונ' דא דוא בישט ברייט צו לחיי עולם הבא אונט דוא קומשט אין דאש ליכט גן עדן אמן סלה : וויא איין יוד קצוב האט טריפה פלייש פער כשרש פערל . קויפט : מעשה תרומה בתלמוד ירושלמי מעשה גישאך אן איינם קצוף דער וואנט אין ציפורי דער גאב דן יהודים איידיל טריפה פלייש פאר בושר פלייש צו קויפן . דען דער קצוף דער וואר איין יוד נון ביגב עש זיך איין מאל דז ער זיך פול טראנק אן איינם ערב שבת אונ' ער גינג אויף דאש טך אונט פיל איין הראב א...
אל הספר