כו. מעשה ברבי יוסי שהתפלל בחורבה, ואליהו הנביא חיכה ליד הדלת, עד שהוא סיים את התפילה

69 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רב הונה ויר הונדרט ועסר מיט וויין צו עסיק איז כה . גיווארדן : מסכת ברוכת פרק ראשון מעשה גישאך אן רב חונה דער האט פיר הונדרט פאס מיט וויין . דיא ווארדן אל צו עסיק ווארדן . דא גינג צו אים רב יודא דער וואר דער שוועשטר זון פון רב סלה חסידה אונ' אנדרן רבנים אך דא זאגטן זיא ווידר דען רב חונה ליבר רבי זיך אונטר דיינר ווערקין אובר דוא עפיש אונ' רעכיט גיטאן האשט דא ביצאלט דירש הקב"ה אויף דיזר וועלט דער מיט דז דיר נישט אב גיבראכן ווערט אויף יעניר וועלט . דא זאגט רב חונה ווידר ליבן רבונים זייט איר דען מיך עפיש חושד דש איך וואר עפיש אונרעכט גיטאן האב . דא שפראכין זיא ווידר ליביר רבי מיינשטו דש הקב"ה זיינם צדיקים עפיש ביז טוט ווען זיא עש ניט ואר דינן . דא שפראך רב חונה ווידר אישט איינר אונטיר אייך דער עפיש פון מיר גיהערט הוט דער זגש דא זאגטן דיא רבונן דיין גערטניר אירן לון ניט גיגעבן . דא זאגט ער דאש ווער איין גניבה גיוועזן אביר איך האבש ניט גיטאן . אך וויל איך מקבל אויף מיך זיין דש איך אין איר לון גיגעבן האב . איין טייל לייט זגן דער וויין וואר ווידר צו גו...  אל הספר
מינרוה