61 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין חסיד האט עפיש אויש גיריכט בייא איינר גויה : כא . מסכת שבת פרק מפנין מעשה עש גישאך דעם חסיד עש ביגב זיך איין מאל דז מן זעלט רבנים עפיש אויש ריכטן בייא איינר גוי' בייא דער זעלביג גוי' וואר גיוואנטליך דש אל דיא קוישטליכן פון רום בייא איר אויש אונ' איין גינג אן דען זיא וואר איין קוישטליכן גוי' זיא וואר גאר חשוב . דא זאגטן דיא רבאנים ווער זאל אונטר אונש גין צו דער גוי' דא זאגטן רבי יהושיע איך וויל גין זא גינג רבי יהושיע מיט זיין תלמידים . זא זיא נון שיר קאמן פיר אילן פון דיא גוי' הויז דא צוג רבי יהושיע זיין תפילין אויז אונ' גינג אין דש הויז אניין אונ' שלוס דיא טיר נאך אים צו אונ' וואלט דיא תלמידים ניט מיט אניין לאשן . אונ' וויא ער נוא ווידר ארויש קאם דא גינג ער אין דאש מרחץ אונ' וואר זיך טובל אונט לערנט ווידר מיט זיין תלמידים אונ' ער זאגט ווידר זיין תלמידים . ליבן לייט זאגט מיר וואש האט איר מיך חושד גוועזין דא איך האב דיא תפילין אויש גיצוגן . דא זאגטן דיא תלמידים ליבר רבי וואש זאלן מיר אייך האבן חושד גיוועזן . מיר האבן גידאכט דא איר האט דיא תפ...
אל הספר