53 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא אלישע בעל כנפים תפילין ווארן צו איין פליגל פון יח . איינר טויב : מסכת שבת פרק מפנין מעשה דיא גמרה גיט רבי ינאי שפריכט איינר דער דא וויל תפילין ליגן דער מוז איין ריינטליך לייב האבן אלש אלישע בעל כנפים דא פראגט דיא גמרא ווארום מוז ער ריין זיין דר ווארטן גז ער קיין נפיח אין דיא תפילין זאל לאשין . רבא זגט איין אנדר טעם ער זולט ניט שלאפין אין דיא תפילין . דא וראגט דיא גמרא ווארום היש ער אלישע בעל כנפים דען עש וואר איין מאל דא האט דש מלכות פר באטן תפילין צו ליגן אונ' ווען מן וועט איין יוד זעהין דער תפילין וועט אויף זיינם קאפא האבן דעם זאל מן זיין מוח לעכרין . דען פר צייטן האבן זיא איין גנצין טאג תפילין אן גיטראגן . אונ' דער אלישע דער האט דוך תפילין אן גיטראגן אונט האט אויף דאש גיבוט ניקש גיגעבן . דא האט אין איין מאל איין שוטר דער ווישט דער דא ריבר גיזעצט אישט דא לויפט דער אלישע פר אים איין וועק דא לוף אים דער שוטר נאך וויא ער נוא אין דער ווישט דא נאם ער דיא תפילין איין ראב אלישע אונ' טעט זיא אין זיינר הנט אונ' טעט דיא הנט צו דא פראגט אין דער שוטר וו...
אל הספר