39 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין גוי קאם צו שמאי אונ' וואלט זיך מגייר זיין : יד . שבת פרק במה מדליקין מעשה גישאך אך אן איינם גוי דער קאם צו שמאי אונט שפראך זייא מיך מגייר אויף דש דז דוא מיך ווישט כל התורה לערנן דיא ווייל איך אויף איינם פוס שטיא קאן . דא שטוש אין שמאי הין וועק מיט איינם מוש שטעקין דז דיא צימרלייט ברויכן . דא גינג דער גוי פון שמאי אונ' גינג צו הילל אונ' פרוגט אין אך אוב ער אין וועלט כל התורה לערנן דיא ווייל ער קענט אויף איינם פוס שטין דא וואר אים הילל אויף זיין ריד מגייר אונ' שפראך איך וויל דיך כל התורה לערן דיא וויל דוא קאנשט אויף איינם פוס שטין אונט שפראך ווידר דען גוי הלט דען פסיק דעלך סגי לחברך לא תעבד דש איז טייטש דוא זאלשט דיינם גיזעלין ניט ארגיר טון אלש דוא דיר גערן זוילברט טון ווילשט דש אישט דער גרונט פון דער גאנצין תורה דז אנדר אישט איין פירש אויף דיא תורה גיא הין אונט לערנן עש ווייטר אלזו לערנט אין הילל כל התורה דיא ווייל ער אויף איינם פוס שטונט :
אל הספר