37 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין גוי פראגט שמאי וויא פיל תורת האט איר יודן : יג . מסכת שבת פרק במה מדליקין מעשה גישאך אן איינם גוי דער קאם צו שמאי אונט שפראך וויא פיל תורת הט איד יודן דא שפראך שמאי מיר האבן ניט מין אז צווייא תורת איין תורה אישט אונש גישריבן ווארדן דיא אנדר איז אונז מינדליך גיגעבן ווארדן . דא שפראך דער גוי דיא גישריבן תורה דיא גלאב איך דיר וואל אונ' ווייש דא אינן גישריבן שטיט אביר דיא מינדליך תורה גלאב איך ניט אונ' אך וואש דארינן שטיט טוא איינש אונ' לערן מיך אונ' זייא מיך מגייר אויף דש דוא מיך ווילשט דיא מינטליך תורה לערן . דא שריא אין שמאי אן אונט היש אין צוירנגליך הין וועק גין . דא גינג דער גוי פון שמאי אונט גינג צו הילל אונט פראגט אין אך וויא ער האט שמאי גיפראגט . דא וואר אין הילל מגייר אויף זיין ריד דא הוב ער אן מיט אים צו לערנן אונ' לערנט דען ערשטן טאג מיט אים . דא זאגיט הילל צו דעם גוי זאג אלף בית גימול דלית דא זאגט דער גוי הילל נוך וויא ער אים פור זאגט . דעם אנדרן טאג לערנט הילל ווידר מיט אים אונט קערט עש אום אונט זאגט ווידר דען גוי זאג דלית גימל ב...
אל הספר