29 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דער הלבן שפריכט דער פסיק טוא איין טאג פר דיינם טוט תשובה דז מיינט דער מענש איז ניט זיכיר ווען ער שטערבט דער הלבן זול ער הייט תשובה טון אוב ער מורגן מיכט שטערבן . אונ' טוא מורגן אך תשובה אוב ער מעכט איביר מורגן שטערבן דא מיט דז ער אל זיין טאג תשובה טוט אונ' פרום אישט דא מיט ווען ער גיפאדרט ווערט פר השי' צום טוט דז ער גלייך גרישט איז מיט גוטן ווערק דא מיט אז דוא גלייך קאנשט אך עשן פון דער סעודה דא אנדרן צדיקים אך עשין : וויא איין מאן האט זיין קינט זעלבש גיזייגט אן זיין ברישט : י . מסכת שבת פרק במה בהמה מעשה גישאך אן איינם מענשין דעם שטרב זיין ווייב אונ' ליש אים איין יונג זייגין דיג קינט אונ' דער זעלביג מאן דער וואר אזו ארים דז ער ניט הט קענן איין זייג אם דינגן דז ער דאש קינט העט קענן זייגן אן דיטן דא גישאך אים איין נס דש אים השי' לוש וואקשן צווייא ברישט דז ער זיין קינט אן אים זעלברט קעניט זייגן וויא איין ווייבש בילד . אונ' ער זייגט זיין קינט זעלברט אן אים . דרויף זאגט רבי יוסף זיך אונ' קום הער וויא איין קעשטליך מאן מוז דש זיין גיוועזן דיא ווייל אים ה...
אל הספר