25 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי אליעזר זאגט מן זאל תשובה טון איין טאג פר זיין ט . טוט : מסכת שבת פרק השואל מעשה רבי אליעזר דער זאגט טוא תשובה איין טאג בור דיינם טוט . דא פראגטן זיין תלמידים רבי אליעזר וויא ווייש דען איינר ווען ער שטערבן ווערט אויף וועלכין טאג דא זאגט רבי אליעזר ווידר מכל שכן זול איינר הייט תשובה טון אוב ער מארגן מעכט שטערבן דען מן אישט קיין שעה זיכר ווען איינר שטערבן וועט דא מיט וועט גיבונדן דז ער זיין טאג מיט תשובה לעבט . אונ' שלמה המלך האט אך גיזאגט אל צייט זאלין דיין קליידר ווייש זיין דש מיינט ער דיא תכריכים מיט דיא זאלין אלה טאג ווייש זיין אונ' ברייט זיין דא מיט ווען אין הקב"ה צום טוט בודרט דז ער פלוקש גריט איז מיט תשובה אונ' גוטה מעשים דרויף שפריכט רבי יוחנן בן זכאי דז איז איין מאשל צו איינם מלך דער בעט זיינן קנעכט צו איינר גרושה סעודה אונ' זאגט אים אביר ניט ווען די סעודה זיין ווערט . דיא קלוגן אונטר דען קנעכיט דיא ווייזן זיך זעלברט אונ' צירן זיך גלייך מיט היפשין קליידר אונ' זעצין זיך גלייך פר דען מלך פאלש דען זיא גידענקין עש גיברעכט נישט אין דען מל...
אל הספר