5 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דער תלמיד חכם דאש פון דער פרויא הערט . דא זאגט ער : גילובט זייא גוט, דער ניקש און רעכט לוט . דז ער דען מענשין הוט לאשין יונג שטערבן, דען עש שטיט אין דער הייליגן תורה גישריבן, ווען איין פרויא און ריין אישט דא זאל איר מאן ניט צו איר גינהן אונ' ניט ער זאל אן רירן זיא, אונט דער תלמיד חכם דער האט ניט טון הלטן וואש אין דער תורה שטיט גישריבן . דער הלבן הוט אין הקבה לאשין שטערבן האט אים גאר רעכיט ביצאלט . דער הלבן זאל מן הלטן וואש אין דער הייליגן תורה גישריבן שטיט . וויא משה רבינו דיא תורה האט מקבל גיוועזן פון הקב"ה : ב . מסכת שבת פרק ר' עקיבה 3 מעשה עש זאגט רבי יהושיע בן לוי אין דער צייט דא הקבה האט דיא תורה משה רבינו ע"ה געבין אונ' דאש משה רבינו וואר ווידר הראב פום הימיל גינידרט דא קאם דער שטן צו הקב"ה אונט שפראך הער אל דער וועלט ווא האשטו דיא תורה הין גיטון וועם האשטו זיא גיגעבן דא שפראך הקבה ווידר איך האב זיא צו דער ערדן גיגעבן . דא גינג דער שטן צו דער ערדן אונ' שפראך ערד דיא תורה דיא דיר השי' געבין הוט ווא האשטו זיא הין גיטון דא שפרא' דיא ערד וויד...
אל הספר