3 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז 1 א . מעשה פון איינם תלמיד חכם דער גאר יונג איז גישטארבין : 2 מסכת שבת פרק ראשון מעשה אן איינם תלמיד חכם דער האט טאג אונ' נכט נישט אנדרש גיטון דען גילערנט אונ' ער שטורב גאר יונג פון יארן דא נאם זיין ווייב זיין טלית אונ' תפילין אונ' גינג אין דאש בית המדרש צו דען רבנים אונ' זאגט ווידר דען רב עש שטיט גישריבן אין דער תורה : כי הוא חייך ואורך ימיך . דאש איז טייטש דיא תורה דיא אישט דיין לעבן אונט זיא דער לענגט דיר דיין טאג . נוא מיין מאן דער האט טאג אונ' נכט נישט אנדרש גוטון נייארט גילערנט . ווארום איז ער דען אזו יונג פון יארן גישטארבן . דא וואר נימנט אים בית המדרש דער איר דארויף קונט ענוורן . דען זיא וואשטן אים אמת קיין טעם ווארם ער אזו בלד וואר גישטורבן . ניט לנג דער נוך וואר איין תלמיד חכם בייא איר צו גשט איביר נכט, דא זאגט זיא אים אך דיא שמועה . דא פראגט ער דיא פרויא : ליבי, לאז איך דיך ,פרעגן וויא הוט זיך דיין מאן בייא דיר גיהלטן, ווען דוא בישט נידה גיוועזן ? דא זאגט זיא אים ווידר : ח"ו, דז ער מיך זעלט אן גירירט האבן מיט דעם קליינן פינגאר, וויל פר שו...
אל הספר